Chicago Chesed Fund

https://www.chicagochesedfund.org/

Friday, July 3, 2015

Balak and the Shaar HaBechina

Bamidbar 23:23
כי לא נחש ביעקב ולא קסם בישראל כעת יאמר ליעקב ולישראל מה פעל אל

I'd like to suggest a new pshat in this passuk, connecting it to the pesukimim in Tehillim 66 and 46,

לכו וראו מפעלות אלהים נורא עלילה על בני אדם
and 
לכו חזו מפעלות ה' אשר שם שמות בארץ
and also relating to the Chovos HaLevovos' Shaar HaBechina.  


From Rav Moshe Yaakov Kanner, Dos Iddishe Vort, Summer 1991
 א טיפערער בליק אין די נפלאות הבורא
A Deeper Look at the Wonders of the Creator

 מערסטנס איז אבער דער רושם אן אויבערפלעכליכער, א צייטווייליקער. נישט לאנג נעמט עס ביז דאס דערשטוינטקייט לאזט זיך אויס און דער מענש ווערט צוריק אריינגעזויגן אין די שמאלע גרענעצן פון זיין וועלטל ן שוין פאלט אויף אים דער דרימעל פון גלייכגילטיקייט. ער געוואוינט זיך צו צודער נייער אומגעבונג, עס זאגט אים שוין באלד גארנישט, כבולעו כך פולטו... ווידער זונקען זיינע געדאנקען אינעם גריבעל פון קליינגעלט, פון דברים של מה בכך... דאס קורצזיכטיקע התפעלות איז צעגאנגען מיט׳ן ודנט, א בלימעל האט אין אים אנגעפאנגען בליען, אבער גלייך געצאנקט האט עם, גלייך איינגעטריקענט...
Usually, the impression is superficial, fleeting, it doesn't take long before the amazement goes away and the person once again is bounded by small horizons of his little world.  וואלט ער אבער, שטייענדיק ביי די וואונדערן פון דער יצירה, פארטיפט די בליקן זיינע און אנגעבינדן די מחשבה צו וואס ער זעט איצט פאר די אויגן, וואלט ער נאר דערהערט דעם מעכטיקן אויסרוף פון ישעיה הנביא: ״שאו מרום עיניכם וראו מי ברא אלה״...
But if he would, standing there before the wonders of the creation, have deepened his gaze, and connected his analytical faculty with that which was before his eyes, he would have perceived the powerful proclamation of Yeshayah the Prophet, "Raise heavenward your eyes and see Who created all this..."
 ער וואלט דאן גייסטיק מיטגעוואקסן מיט די פלאנצן ארום אים, און זיך געהעכערט א טפח איבער דער ערד. עם וואלט זיך אין אים דערוועקט, א שטראם פון שירה, פון בענקשאפט, פון אנערקענונג, פון נחלי אמונה... רבינו בחיי אבן פקודה, האט ארום דעם אויסגעבויט דעם ״שער הבחינה״,  אין וועלכן ער קלערט אויף, ווי אויף יעדן איד ליגט א פליכט זיך צו באטראכטן אין די נפלאות הטבע. כמעט ביים אנפאנג פון זיין ״חובת הלבבות״, האט ער דעם דאזיקן טויער אוועקגעשטעלט און אים באצירט מיט אן אויסוואל פון ראיות און ביישפילן. אזוי געזונט, שכלדיק, און דאך פול מיט שירה... יעדעם ווארט, א פערל. יעדער זאץ, באגאסן מיט אזויפיל חכמת חיים, מיט אזא רייכקייט פץ מחשבה. ביים אפלערנען דעם שער הבחינה, בלייבן מיד דערשטוינטע, פונקט ווי שטייענדיק פאר די פלאי הבריאה אליין...

 ער ווייזט דארט אויף דעם חיוב זיך צו באטראכטן אין יעדע איינצלהייט פון דער בריאה, יעדער לויט זיין פארשטאנד און באגריף, און איין־צו־זען די וועלטן פון חכמה וועלכע זענען אין זיי פארבארגן: זייער פאנאנדערטיילונג, זייער אייגנארטיקייט, ווי אלעס הארמאניזירט אויפ׳ן האר, אלעס רופט ארויס אחדות ומציאות הי, אלעס ווייזט אויף איין שורש...

 אט וועט ער זיך איבערצייגן אין די טובות וועלכע דער בורא עולם טוט מיט זיינע באשעפענישן. ער וועט אנערקענען דאס איידעלע, דאם גייסטיקע אין יעדן נברא, דער איבערנאטירליכער כח וואם גיט זיי לעבן און עסענץ, ואתה מחיה את פולס...

 די נפלאות פון דער נאטור, אין וועלכע ער איז זיך מתבונן, וועלן אים דינען ווי שטאפלעך פון א לייטער, וואו ער וועט זיך הייבן מער און העכער אין השגה און דבקות, טאקע דערפאר ווייל ער פארשטייט איצט גיכער, וויפיל הכרת הטוב ער איז שולדיג...

 רבינו בחיי אבן פקודה, פירט אדורך איינציקווייז די פארשידענע אפטיילונגען אין דער בריאה און במיוחד דאס וועזן פון מענטש אליין. דער גאנג פון ״בחינה״, פון באטראכטן זיך אין דער בריאה, זאגט ער, איז דער נאענסטער און זיכערסטער וועג, מיט וועלכען א מענטש קען צוקומען צו זיינע
 פליכטן, צו זיין תכלית. צו דעם וואס ער דארף וויסן אץ צו וואם ער דארף זיין... דערפאר האט דער חובת הלבבות, אוועקגעשטעלט זיין שער הבחינה נאך פריער ווי דער שער עבודת האלוקים... (כדי בעסער צו פארשטיין די שפראך פון חובת הלבבות איז זיכער ווערט זיך צו באנוצן מיט׳ן פירוש ״לב טוב״, וועלכער איז קובע ברכה לעצמו).

 און אזוי פלעגן טאקע א טייל פון אונזערע גדולי האומה, טרעפן זיך אן ארט אויף דבקות, דווקא אונטערן פרייען הימעל, אויף די בערג, אין פעלדער און וועלדער, דארט האבן זיי בחוש געשפירט, די גימטריא, ווי ״הטבע״ באטרעפט ״אלקים״.

 לאמיר איצט טייערע ליינער, אויפמאכן דעם תנ״ך און זען ווי בעיקר אויף צוויי שטעלן אין ספר כתובים, ווערט ארומגענומען דער גאנצער חללו של עולם, און געשילדערט די פילפארביקייט פון דער בריאה.
 אויף איין ארט רעדט דער בורא צום מענש און אויף דער אנדערער, דער מענש צום בורא...

Every hedonistic snowboarder goes out into the mountains and the forests and feels an expansion of his soul, and it does absolutely nothing for his spirituality.  The Chovos HaLevovos in his Shaar HaBechina says that you can come to a high madreiga of understanding what the Ribono shel Olam wants from His world by carefully experiencing and thinking about the Teva, but this assumes that you're coming with the basics, that you know there's a borei olam, and you bedavka are looking so that you can see Him and understand Him.  Then, what you see reinforces your faith and awe.  


And more than that.  Some people only can have hispaalus and faith from miracles, but ultimately, that is not the best source of emunah and dveikus, as the Rambam says in Yesodei HaTorah 8:1.  An honest thinker will come to emuna and dveikus through simply seeing מה פעל אל!  


Nedarim 32a-

תני אהבה בריה דרבי זירא: כל אדם שאינו מנחש, מכניסין אותו במחיצה שאפילו מלאכי השרת אין יכולין ליכנס בתוכה; שנאמר: "כי לא נחש ביעקב ולא קסם בישראל" וגו' 

Rashi

שנאמר כי לא נחש. כל זמן שאינו מנחש מה כתיב בתריה כעת יאמר ליעקב כלומר עדיין יהא אותו עת דמלאכי השרת יהיו שואלין אותו שאינו מנחש מה פעל אל לפי שהוא נכנס למקום שאין מלאכי השרת יכולין ליכנס



It's not only talking about nichush and dorshei asidos.  It means that you shouldn't have to go looking for baalei mofeis.  Just look at the messages the Ribono shel Olam left for us in His Briyah.




As the Chovos HaLevavos says, 
כל היודע לחשב כתקופות ומזלות ואינו מחשב עליו הכתוב אומר  והיה כנור ונבל תוף וחליל ויין משתיהם ואת פעל ה ׳ לא יביטו ומעשה ידיו לא ראו. ואמרו מניין שחייב אדם לחשב בתקופות ומזלות שנאמר (דברים ל) ושמרתם ועשיתם כי היא תכמתכם ובינתכם לעיני העמים אשר ישמעון ונו׳ איזו היא חכמה ובינה שהיא לעיני העמים הוי אומר זה חשבון תקופות ומזלות ואמרו הוי מהשב הפסד מצור, כננד שברה ושכר עבירה כנגד ה פסדה. ואמרו אלמלא נתנה תורה לישראל למדנו צניעות מחתול ועריות מיונת ודרך ארץ מתרננול ונזל מנמלה, וכבר התבאר חיוב הבחינה בברואים והבאת תראיות מסימני החכמה ואתה דע לך 


NOTE: 

No comments:

Post a Comment